וואשינגטאן – אין רעאקציע צו דעם וואס דער דעמאקראטישער קאנגרעס קאנדידאט ביים ספעציעלן פארמעסט אין דזשארדזשיע האט גאר שטארק פארלוירן, האט זיך געשאפן א באוועגונג אינערהאלב דער דעמאקראטישער פארטיי, זיך ארויסצושטעלן קעגן די יעצטיגע פארטיי פירער און פארלאנגען א דראסטישן טויש. פילע דעמאקראטישע קאנגרעסלייט האבן נעכטן קלאר געזאגט אז דאס מציאות אז מען האט אויסגעגעבן דרייסיג מיליאן דאלער פאר'ן דעמאקראטישן קאנדידאט דזשאן אסאף אין דזשארדזשיע און טראצדעם האט ער פארלוירן, צייגט אז עס פעלט זיך אויס צו טוישן סטראטעגיע, און רוב האבן געטייטלט מיט'ן באשולדיגונגס פינגער אויף די דעמאקראטישע קאנגרעס מינאריטעט פירער, נענסי פעלאוסי, וועמענס נאמען אסאף'ס רעפובליקאנער קעגנער האט גענוצט אלס א מאכטפולע וואפן קעגן אים, ווייל פעלאוסי איז שטארק פארפיינטעט איבער'ן לאנד. דזשאן קאנינגהעם, א דעמאקראט וועלכער לויפט פאר א קאנגרעס זיץ אין סאוט קאראליינע, האט גאר נעכטן דערקלערט אז אויב געווינט ער, וועט ער טאן וואס ער קען צו מאכן פעלאוסי אויס פירער ביי די דעמאקראטן אין קאנגרעס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל