וואשינגטאן – נעכטן האט מען געהערט אז פרוי קלינטאן איז נאכאמאל אונטער אויספארשונג, ווען די סטעיט דעפארטמענט האט אנגעהויבן א פרישע אויספארשונג אויף פרוי קלינטאן און אירע שטאב מיטגלידער פון די יארן ווען זי האט געדינט אינעם סטעיט דעפארטמענט אלס סעקרעטערי אוו סטעיט. דער אויספארשונג קאנצענטרירט זיך צו דערגיין צי פרוי קלינטאן און אירע געהילפן האבן פארלעצט רעגירונג רעגולאציעס און פראצעדורן ביים באהאנדלען אימעילס, וואס ווי באקאנט האט פרוי קלינטאן געהאלטן אירע רעגירונג אימעילס אויף א פריוואטן אומבאשיצטן סערווער, און אויך האבן אירע געהילפן פארמעקט טויזנטער אימעילס וועלכע זענען ביז היינט נאכנישט געזען געווארן. ווי עס שטעלט זיך ארויס, פארמאגט נאך פרוי קלינטאן און עטליכע פון אירע געהילפן אפיציעלע לעגאלע צוטריט צו קלאסיפייד אינפארמאציע, וואס אויב די נייע סטעיט דעפארטמענט אויספארשונג טרעפט אז זי האט עפעס געטאן קעגן רעגירונג רעגולאציעס, וועט זי פארלירן איר צוטריט צו קלאסיפייד אינפארמאציע.

הוסף רשומת תגובה