מאנהעטן – בלויז געציילטע שטונדן נאכדעם וואס ער האט אנטיילגענומען אין א דעבאטע מיט אנדערע מעיאר קאנדידאטן, האט דער רעפובליקאנער ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט, פאול מאוסי, זיך ארויסגעצויגן פונעם פארמעסט. טראץ וואס מאוסי האט שוין אויסגעגעבן מער ווי פיר מיליאן דאלער פאר זיין קאמפיין, האט ער אין א סטעיטמענט געזאגט אז ער אנערקענט אז ער וועט נישט קענען אויפטרייבן די נויטיגע סומעס געלטער וואס עס וועט זיך אויספעלן צו קענען באזיגן דעם דעמאקראטישן אמטירנדן מעיאר, ביל דעבלאזיא. מאוסי'ס באשלוס זיך ארויסצוציען פון די רעפובליקאנער מעיאר פריימערי, באדייט אז סטעטן איילאנד אסעמבליפרוי ניקאל מאליאטאקיס איז יעצט דער הויפט מעיאר קאנדידאט ביי די רעפובליקאנער, און אויך וועט די אינדעפענדענט פארטיי קענען אינדארסירן א צווייטן, ווייל ביז יעצט האבן זיי געהאט אינדארסירט מאוסי.

בילד: רעפובליקאנער מעיאר קאנדידאט פאול מאוסי גיט אויף

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל