קאליפארניע – דער "אייפאון" פון דער "עפל" טעכנאלאגיע פירמע, ווערט אין די יעצטיגע טעג גאנצע צען יאר אלט, וואס דעריבער האבן טעכנאלאגיע אינדוסטריע אנאליסטן געכאפט א בליק אויף צוריק צו דער צייט ווען דער אייפאון איז צום ערשטן מאל ארויסגעשטעלט אויפן מארקעט, און עס שטעלט זיך ארויס אז אום יוני 29 יאר 07', ווען עפל'ס גרינדער סטיוו דזשאבס (וועלכער לעבט שוין נישט) איז געשטאנען אויפ'ן פאדיום און געצייגט פאר דער וועלט זיין ערפינדונג, אן עפל סעלפאון, האט יעדער געלאכט פון אים, און די פארקויפונגען זענען טאקע בכלל נישט געווען אזוי מאסיוו. אצינד שטייט עפל צען יאר שפעטער און זי האט שוין פארקויפט מער ווי איין ביליאן פון אירע אייפאונס איבער דער וועלט, וואס דער אייפאון האט געשפילט א ראלע אין פארוואנדלען די פירמע אלס איינס פון די מערסט-סוקסעספולע פירמעס אין דער וועלט. אצינד ווארט די טעכנאלאגיע אינדוסטריע מיט גרויס נייגער אז עפל זאל ארויסגעבן און אנהייבן פארקויפן דעם "אייפאון 8", וואס וועט זיין א ספעציעלע נייע ווערסיע, גענצליך איבערגעמאכט, מיט אומצאליגע נייע מעגליכקייטן, ספעציעל צום צענטן יארטאג אפצייכענונג.

בילד: עפל'ס "אייפאון" ווערט אצינד 10 יאר אלט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל