וואשינגטאן – די אמעריקאנער רעגירונג האט נעכטן געמאלדן אז זי וועט נישט אויסברייטערן דעם פארבאט קעגן ארויפברענגען לעפטאפס אויף פליגערס אויך צו אייראפעאישע לענדער, נאר אנשטאט דעם וועלן איינגעשטעלט ווערן פארשטארקערטע מאסנאמען, אז פאסאזשירן וועלן דארפן דורכגיין גרונטליכערע אונטערזוכונגען בעפאר'ן אויפשטייגן אויף פליגערס צו קומען קיין אמעריקע, צו פארזיכערן אז זיי שמוגלען נישט אריין עפעס אויפרייס מאטעריאל אדער א באמבע באהאלטן אין אן עלעקטראנישע מאשינקע. אמעריקע האט ארויפגעשטעלט מיט עטליכע מאנאטן צוריק א פארבאט אויף רייזנדע פון צען גרויסע לופטפעלדער פונעם מיטל מזרח און אפריקע, אז קיינער זאל נישט אויף די פליגערס מעגן ארויפברענגען א לעפטאפ אדער אנדערע גרויסע עלעקטראנישע מאשינקעס, אויס זארג פון באהאלטענע באמבעס, און א פלאן אויסצוברייטערן דעם פארבאט צו אייראפעאישע לופטפעלדער איז נעכטן אפגעשאפן געווארן, ווען אויף איר ארט זענען אריינגעשטעלט געווארן די פארשטארקערטע מאסנאמען. לופטליניעס האבן אבער אויסגעדרוקט שטארק אומצופרידנהייט, זאגנדיג אז אויב איז נישט גענוג די לאנגע ווארטן וואס פאסאזשירן דארפן מיטמאכן בעפאר'ן אויפשטייגן אויף פליגערס, וועלן די שטערקערע מאסנאמען נאכמער פארשלעפן די סעקיוריטי פראצעדורן.

בילד: לופטליניעס אומצופרידן מיט נייע זיכערהייט פארשלאגן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל