קאנעטיקוט – איינוואוינער אינעם קליינעם שטעטל קאלאמביע, קאנעטיקוט שטייען אויס אן ערנסטע דילעמא איבער וויאזוי זיי זאלן אויסדרוקן זייער פאטריאטישע געפילן צו די פאראייניגטע שטאטן ביים יולי 4 "אינדעפענדענס דעי" חאגע וועלכע וועט געפייערט ווערן קומענדיגע וואך דינסטאג. מיט עטליכע מאנאטן צוריק האט זיך א "באָלד איגעל" אדלער באוויזן אין קאלאמביע, קאנעטיקוט און דארטן אוועקגעשטעלט א נעסט, און ממש געציילטע וואכן צוריק, איז געבוירן געווארן צו דער אדלער פאמיליע א פיצלס. באשעפענישן עקספערטן אינעם שטעטל זאגן, אז דער קליינער אדלער איז נאך ווייט פון גרייט צו פליען, און דארף נאך אסאך פארברענגען אינעם נעסט, איז דעריבער דא א זארג אז א גאר הויכער גערודער וועט דערשרעקן דאס קליינטשיקע אדלער, אז עס וועט פרובירן אוועקצופליען פונעם נעסט (וועלכע איז 100 פוס הויך באהאלטן אין א בוים) און דאס וועט ברענגען אז ס'זאל אראפפאלן און שטארבן. איז דעריבער דא א קאמפיין אין קאלאמביע, אז היי יאר זאל מען נישט מאכן די טראדיציאנעלע "פייער קרעקער" אויפרייסן וואס מ'מאכט געווענליך אינעם יולי 4 חאגע, ווייל מען וויל ראטעווען דאס לעבן פון א "באלד איגעל" אדלער, וואס דער "באלד איגעל" איז דער סימבאל פון אמעריקע. הפנים, אן ערנסטע פלאג און דילעמא פאר די ארטיגע פאטריאטן: זאלן מיר אויפגעבן דעם איינפיר פון פייערווערק אפצושוינען דאס לעבן פונעם סימבאלישן אדלער? אדער פארקערט? אנו עמלים והם עמלים...

בילד: אן ערנסטע פאטריאטישע דילעמא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל