פון: פיינע נייעס

די פרעסטידשפולע צייטונג ״וואל סטריט דשורנאל״ האט אפגעזאגט איינע פון זייער הויפט דשורנאליסטן, דשעי סאלאמאן דער אויסערן פאליטיק אנאליסט, נאכדעם וואס עס איז באקאנט געווארן אז ער איז געווען פארמישט אין קרימינאלע אקטיוויטעטן וועלכע נעמט אריין וואפן שמוגלעריי. די אויפדעקונג איז געמאכט געווארן דורך די אסאשיעטעד פרעסע וועלכע איז דערגעאנגען אז סאלאמאן איז געשטאנען אין געשעפטליכע קאנטאקט מיט א איראנער-אפשטאמיגער מאגנאט פארהאד אזימא וועלכער איז א וואפן פארקויפער, אזימא האט אים אנגעטראגן 10 פערצענט פון די איינקונפטן פון די פירמע און אין אויסטויש האט ער אויסגענוצט זיינע דשורנאליסטישע קאנטאקטן און אינפארמאציע צו שאפן וואפן איינקויפער פאר אזימא, די אסאשיעטעד פרעס האט געלייגט א האנט אויף אימעיל קאעספאנדענץ צווישן די צוויי וואס צווישן אנדערע זעהט מען ווי אזימא טראגט אן פאר סאלאמאן הונדערטער מיליאנען דאלער מעקלעריי געלט פאר א וואפן אפמאך צווישן זיין פירמע און די אראבישע עמיראט. סאלאמאן זאגט אז די איינצעלהייטן זענען נאר געווארן אויסגעשמועסט אבער ער האט נישט געטון קיין געשעפטן מיט אזימא, ער האט זיך אבער אנטשולדיגט און גענומען פאראנטווארטליכקייט.

בילד: דשעי סאלאמאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל