פון: פיינע נייעס

די פעלקער פאראיין האט ארויסגעגעבן א גאר דעטאלירטע און גרונטליכע שטודיע איבער די וועלטס באפעלקערונג, פול מיט גאר אינטרעסאנטע פאקטן און ציפערן, צווישן אנדערע צייגן די סטאטיסטיקס אז די באפעלקערונג אין אינדיע וועט איבערשטייגן די כינעזער באפעלקערונג אין זיבן יאר ארום, צוליב א נידריגע געבורט ראטע אין כינע און א רעלאטיוו הויכע געבורט ראטע אין אינדיע. אזוי אויך צייגט עס אז אין יאר 2050 וועט די וועלטס באפעלקערונג באשטיין פון 9.8 ביליאן מענטשן, ארויף פון 7.8 ווי עס שטייט היינט. אזוי אויך וועט אמעריקע פאלן צום פערדן פלאץ אין די וועלטס גרעסטע לענדער, און ניגעריע וועט אריינקומען נאך כינע אלס דער דריט מערסט באוואוינטע לאנד. די מערסטע וואוקס קומט פון אפריקע ווי מען האט באוויזן צו באקעמפן אין די לעצטע יארן מגיפות און קרענק וואס ברענגט ארויף די געבורט ראטע און די לעבנס אויסזיכטן, אין אייראפע וועט די באפעלקערונג ווערן קלענער צוליב דעם וואס פולע יונגטליכע האבן נישט קיין קינדער. די ווייניגסטע קינדער אין די וועלט לויט די באפעלקערונג איז אין כינע, נאכדעם קומט אמעריקע.

בילד: נייעס סטאטיסטיקט פון די פעלקער פאראיין שיינט ליכט אויף דריטע וועלט לענדער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל