פון: פיינע נייעס

די רעגירונג אין קאנאדע האט געזאגט אז זיי וועלן זוכן צו איינבירגערן אזויפיל ווי 300,000 פרישע בירגער אין יאר 2017, הויפטזעכליך ארבייטספעיגע מענטשן און פראפעסיאנעלן, קאנאדע זוכט דערמיט צו דינען אלס אלטערנאטיוו פאר יונגע ערפונדער און שעפערישע ביזנעסלייט פון איבער די וועלט וואס קענען נישט קומען קיין אמעריקע צוליב די שטרענגערע אימיגראציע געזעצען, קאנאדע גרייט זיך צו אפצייכענען 150 יאר פון איר גרינדונג און אלס טייל פון די צילן וואס די רעגירונג האט אוועקגעשטעלט איז צו איינבירגערן ביז דעמאלטס פולע פרישע אימיגראנטן, אריינגערעכנט אזיל-רעכט זוכער און פליכטלונגען, אבער הויפטזעכליך טויגליכע אינדיווידועלן וועלכע קענען ביישטייערן פאר די קאנאדישע עקאנאמיע. צווישן די ״אימיגראנטן״ געפונען זיך אויך פולע אמעריקאנער בירגער וועלכע האלטן אז זיי קענען האבן א בעסערע צוקונפט אין קאנאדע, און אויך אזעלכע וועלכע זוכן צו אנטלויפן פון די אנגעצויגענע פאליטישע קלימאט אין אמעריקע. אזוי אויך פליכטלונגען וואס זענען געווארן אפגעזאגט אזיל-רעכט אין אמעריקע, עס ווערט געשאצט אז ארום 3,500 אזיל-רעכט זוכער זענען אריבער די גרעניץ פון אמעריקע קיין קאנאדע.

בילד: ביל C-6 איז אדורכגעגאנגען, פירענדיג צו שנעלערע אריבערגאַנג צו בירגערשאַפט פאַר די אימאַגראַנטן אין קאנאדע

בילד: קאַנאַדישע רעגירונג שטעלט די ציל פון 300,000 פרישע אימיגראַנטן אויף פּערמאַנענטע וואוינשאפט וויזע יעדער יאָר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל