דער איראנער אויסערן מיניסטער מוכאמעד זאריף האט גאר שארף אראפגעריסן די סטעיטמענט פונעם ווייסן הויז אין ליכט פון די צווילינג טעראר אטאקע אין צוויי פונקטן איראן, אן אטאקע וועלכע האט איבערגעלאזט 17 מענטשן טויט און נאך צענדליגע פארוואונדעטע. דאס ווייסע הויז האט אין איר סטעיטמענט געשריבן אז ״אמעריקע טוט באדויערן די פארלוסט פון לעבנס און דרוקט אויס טרייסט וואונטשן פאר די באטראפענע״, אבער צוגעלייגט ביי די ענדע, ״לענדער וועלכע שטיצן טעראר קענען זיך טרעפן שפעטער אלס קרבנות פון די זעלבע שלעכטס וואס זיי שטיצן״.

זאריף - וועלכע געפונט זיך יעצט אין טערקיי - האט געשריבן, ״די איראנער פאלק דארף נישט ענקערע וואונטשן״, און האט אויך קריטיקירט די אפשטימונג וואס ווערט היינט אפגעהאלטן אין קאנגרעס צו אויסברייטערן די סאנקציעס קעגן איראן און עס באצייכנט אלס אומסענסיטיוו. ער האט אויך געזאגט אז אונטער די טעראר אטאקע שטייען ״אמעריקאנער פריינט״, מייננדיג דערמיט סאודי אראביע וועמען איראן באשולדיגט אין שטיצן טעראר קעגן איראן.

אין די זעלבע צייט האבן די איראנער אויטאריטעטן פארעפנטליכט די אידענטיטעט פון די 6 אומגעקומענע טעראריסטן און פארשפרייט בילדער פון זייערע טויטע קערפער. זיי ווערן באצייכנט אלס איראנער בירגער וועלכע האבן זיך לעצטנס אומגעקערט פון שלאכטפעלד אין סיריע. דאס קומט אין א צייט וואס אייסיס פארלירט טעראטאריע אין סיריע און איראק און אנשטאט דעם זוכט זי צו דורכפירן מער טעראר אטאקעס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל