שוין עטליכע וואכן וואס די גאנצע פאליטישע וועלט האלט איין איר אטעם אין בעפארברייטונג צו די קאומי פארהער, און א נייגער האט געהערשט איבער וואס ער קען מעגליך אויפדעקן. היינט איז קאומי ענדליך געקומען פאר א ברייט געדעקטע פארהער, מיטגעהאלטן געווארן לעבעדיג דורך פולע מיליאנען. אבער ווי עס שיינט זענען ביידע פאליטישע פארטייען נישט ארויסגעקומען מיט וואס זיי האבן ערווארטעט. ער האט טאקע ארונטערגעריסן טראמפ אבער נישט געמאכט קיין דראמאטישע אויפדעקונגען וואס קען פירן צו זיין רעזיגנאציע, און האט אויך אויפגעדעקט נישט אנגענעמע פאקטן איבער די אבאמא אדמיניסטראציע.

ער האט אין די עפענונג פון זיין פארהער געזאגט אז ער איז נאכ׳ן ווערן אויפגעזאגט דורך די אדמינסטראציע געווארן פארשעמט מיט ״אפענע, גראבע, ליגנטס״. און אזוי אויך געזאגט אז ער האט צוליב דעם געלאזט ארויסרינען צו די פרעסע די נאטיצן אין וועלכע ער שרייבט אז דער פרעזידענט האט געדריקט אויף אים צו אויפגעבן די אויספארשונג איבער פלין. אזוי אויך האט ער געזאגט אז ער האט אפגעשריבן די נאטיצן וויסנדיג ״די נאטור פון דעם פארשוין״, און אז ער וועט שפעטער זאגן ליגנט דערוועגן. ער האט זיך דערביי באצויגן צו דעם וואס טראמפ האט געזאגט אז עס איז דא טעיפס פון די שמועסן, און געזאגט ״איך האף אז ער וועט עס ארויסגעבן״.

ער האט אבער גלייכצייטיג קלארגעשטעלט אז דער פרעזידענט האט נישט פרובירט צו אפשטעלן די אויספארשונג ארום רוסלאנד. און האט אזוי אויך אויפגעדעקט א אומבאקוועמע פאקט פאר די דעמאקראטן, נעמליך אז די געוועזענע אטוירני דשענעראל אונטער פרעזידענט אבאמא לירעטע לינטש האט אים געבעטן צו ענדיגן די אויספארשונג ארום די הילערי קלינטאן אימעילס.

Image Alternative Text

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל