אין די צייט וואס די איראקער מיליטער פירט אן אינטענסיווע שלאכטן צו ארויסטרייבן אייסיס פון די פארבליבענע טיילן פון מאסול, טוט די מענטשן רעכט קאנסיל פון די פעלדער פאראיין אויפדעקן שוידערליכע ציפערן איבער א גרויסע צאל פון ציווילע פאטאליטען וואס די שלאכטן האבן שוין אפגעקאסט. לויט די באריכט זענען בלויז אין די לעצטע צוויי וואכן אומגעקומען איבער 230 ציווילע איינוואוינער ביים פרובירן צו אנטלויפן פונעם שלאכטפעלד.

די באריכט טייטלט אן אויף איין אינצידענט אין וועלכע אייסיס האט דערשאסן צום טויט 41 מענטשן בלויז צו פריי מאכן דאס וועג צו אנקומען צו א פאזיציע פון איראקער טרופן. די באריכט זאגט אויך אז אייסיס טוט צווינגען לאקאלע איינוואוינער צו בלייבן אין די געגנט און באנוצט זיך מיט זיי אלס פאנצער און קאנאנען פלייש זיך צו באשיצן פון די פייער פון די איראקער קרעפטן. אזוי אויך זענען אין עטליכע פעלער געווארפן געווארן באמבעס אויף פאמיליעס דורך די איראקער קרעפטן וויבאלד זיי האבן געמיינט אז עס האנדלט זיך פון אייסיס קעמפער. די באריכט רופט די איראקער קרעפטן צו זיין מער פארזיכטיג צו פארמיידן ציווילע טויטפעלער.

Image Alternative Text

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל