וואשינגטאן – פרישע באריכטן צייגן אז טראמפ האט שוין געוואלט אויפזאגן דזשעימס קאומי פון זיין עף בי איי פאזיציע פאר א לאנגע צייט, אבער פאריגע וואך האט טראמפ באשלאסן אז ער גייט עס טאן, נאכדעם וואס קאומי האט נישט געוואלט אויספאלגן א פארלאנג פון טראמפ. קאומי האט פאריגע וואך מיטוואך אויפגעטרעטן פאר'ן סענאט צו רעדן איבער'ן קלינטאן אימעיל אויספארשונג, און די טראמפ אדמיניסטראציע האט פארלאנגט אז קאומי זאל זיי ווייזן בעפאר'ן סענאט אויפטריט פונקטליך וואס ער גייט דארטן זאגן. קאומי האט געזאגט פאר די טראמפ אדמיניסטראציע אז עס איז נישט לעגאל אויסגעהאלטן אז ער זאל זיי ווייזן וואס ער גייט זאגן, און דאס האט שטארק אויפגעברויזט טראמפ, און דאן האט ער אנגעוויזן פאר אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס אפצושרייבן א דאקומענט מיט לעגאלע סיבות פארוואס אויפצוזאגן קאומי.

אין אן אנדערע אנטוויקלונג, האט דער צייטווייליגער עף בי איי דירעקטאר ענדרו מעקעיב נעכטן אויפגעטרעטן אינעם סענאט, וואו מען האט אים געפרעגט איבער דעם אויפגעזאגטן עף בי איי דירעקטאר דזשעימס קאומי און איבער די סטאטוס פון די אנגייענדיגע אויספארשונג איבער רוסלאנד'ס ארבעט צו באאיינפלוסן די אמעריקאנער וואלן. דירעקטאר מעקעיב האט געזאגט פאר'ן סענאט אז דער ארויסגייענדיגער דירעקטאר קאומי איז געווען שטארק רעספעקטירט אין די עף בי איי ביי אלע אגענטן און ביי אלע הויכראנגיקע באאמטע אינערהאלב די ביורא – וואס דאס איז אנדערש ווי טראמפ וועלכער זאגט אז אלע אינעווייניג אין די עף בי איי האבן געהאלטן אז קאומי איז פארפוילט און קארופטירט.

דירעקטאר מעקעיב האט אויך באשטעטיגט אז די אויספארשונג איבער רוסלאנד'ס שריט אין לויף פון די וואלן גייט ווייטער אן, זאגנדיג אז די אויספארשונג איז זייער אן ערנסטע און מאסיווע, טראץ וואס טראמפ האט עס אין לויף פון די לעצטערע חדשים באצייכנט אלס א מינדערוויכטיגע און אויפגעבלאזענע אויספארשונג.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל