אידישע וועטער באריכט
עס וועט בלייבען מערסטענס פארוואלקענט און קיהל איבערנאכט. מארגן וועט זיך אנהויבען מיט וואלקענעס אבער וועט ווערן כאטש טייל זוניג נאכמיטאג. פרייטאג צונאכטס קומט אהן א שטורם וואס וועט אונז ברענגען רעגן און שויערס און ווינטיגע, קיהלע וועטער פון שבת פארטאגס ביז זונטאג צופרי.
די מעגליכקייטען פאר רעגן זענען ארום 90% סיי שבת און מוצאי שבת. זונטאג קען צוביסעליך ווערען בעסער, ספעציעל נאכמיטאג. די גוטע נייעס איז, אז פון מאנטאג אהן, ווערט מערסטענס זוניג און אסאך מילדער, און ביי סוף וואך קען שוין זיין גוט ווארעם.
וועטער אין ארץ ישראל
עס וועט זיין זוניג, טרוקען און אביסעל קיהלער דאנערשטאג און פרייטאג, פאר עס ווערט צוריק זייער ווארעם פאר שבת, און הייס רוב זונטאג, מאנטאג און רוב נעקסטע וואך.

ניו יארק סיטי

היינט נאכט-☁️48
פרייטאג-🌥60
ליל שבת-🌧? 47
שבת- ☔️💨55
מוצאי שבת-☔️💨47
זונטאג-🌦?62
מאנטאג-🌤68
דינסטאג- 🌤72
מיטוואך - 🌤78
דאנערשטאג-🌤80

לעיקוואד

היינט נאכט-☁️45
פרייטאג-🌥60
ליל שבת-🌧 47
שבת- ☔️💨57
מוצאי שבת-☔️💨47
זונטאג-🌦?65
מאנטאג-🌤68
דינסטאג- 🌤72
מיטוואך - 🌤78
דאנערשטאג-🌤80

מאנסי און קרית יואל

היינט נאכט-☁️42
פרייטאג-🌥62
ליל שבת-🌧? 45
שבת- ☔️💨55
מוצאי שבת-☔️💨43
זונטאג-🌦?60
מאנטאג-🌤64
דינסטאג- 🌤72
מיטוואך - 🌤78
דאנערשטאג-🌤80

מאנטריאל

(קרית טאהש נעמט אראפ 3 דעגריס)
היינט נאכט-☁️45
פרייטאג-🌤63
ליל שבת-☁️ 48
שבת- 🌧? 64
מוצאי שבת-🌧?47
זונטאג-🌧?57
מאנטאג-🌤66
דינסטאג- 🌤68
מיטוואך - 🌤68

ירושלים, מירון, צפת

פרייטאג: זוניג און ווארעם, 76-82 בייטאג/קלאר, 60-65 ביינאכט
שבת: זוניג און הייס , 84-83 בייטאג/קלאר, 62-66 ביינאכט
זונטאג, מאנטאג & דינסטאג:זוניג און הייס, 88-92 בייטאג/ קלאר 65-70 ביינאכט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל