די אָפיס פונעם לאָקאַלן קאָנסילמאַן ר׳ דוד גרינפעלד האָט געמאָלדן אַז דער קאָנסילמאַן וועט אַראַנשירן אַ טאונהאָל מיטינג אינאיינעם מיט מעיאָר ביל דיבלאַזיאָ, ספעציעל צו אַדרעסירן די געברויכן און פאַרלאַנגען פון די באָראָ פּאַרקער איינוואוינער. אינאיינעם מיט די עסקנים פון באָראָ פּאַרק, און דער אַסעמבלימאַן דוב הייקינד, און אַזוי אויך דער באָראָ פרעזידענט עריק עדעמס.

די מיטינג וועט פאָרקומען קומענדיגן דינסטאג, מאי 16, און וועט אָפּגעהאַלטן ווערן אין די ״פרענקלין דילאַנאָ רוזעוועלט הויך-שולע״ אויף 5800 20'טע עוועניו. און ווערט אָפּגעהאַלטן אין צוזאַמענאַרבעט מיט די קאָמיוניטי באָורד 12 און 14, און די 66 און 70 פריסקינט קאַנסיל. אזוי אויך מיט די שטיצע פון פולע אידישע אָרגאַניזאַציעס אין באָראָ פאַרק, אַריינגערעכנט די באָראָ פּאַרק דשואיש קאָמיוניטי קאַנסיל, די קאודשאו פון פלעטבוש, די כינזערע אַמעריקאַנער סאָציאַלע צענטער, די ספרד׳ישע ביקור חולים.

״דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס איך געדענק אַז אַ מעיאָר אין ניו יאָרק איז וויליג צו אַראָפּקומען קיין באָראָ פּאַרק און פערזענליך אַדרעסירן די געברויכן פונעם ציבור״, זאָגט אונז ר׳ דוד. ער פירט אויס אַז דאָס איז אַ זעלטענע געלעגנהייט פאַר די איינוואוינער פון באָראָ פּאַרק, פלעטבוש, בענזענהוירסט און די אומגעגענט צו קומען און זיך לאַזן הערן.

די אַריינגאַנג איז פריי פון אָפּצאָהל, אָבער כדי צו קענען פאַרזיכערן אַז עס איז דא פּלאַץ, איז ראַטזאַם פאַר ווער עס וויל זיך באַטייליגן אַז מען זאל זיך אַיינשרייבן פון פריער, אויפ׳ן טעלעפאן: 212-748-0281, אָדער דורך אימעיל townhallrvsp@cityhall.nyc.gov.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל