ענדרו מעקעיבי (Andrew McCabe), דער דעפיוטי עף-בי-איי דירעקטאָר וועלכער איז אויטאָמאַטיש אַריין אין אַמט נאָכדעם וואָס דשעימס קאָומי איז געוואָרן אָפּגעזאָגט דורכ׳ן פרעזידענט, האָט היינט אויפגעטרעטן פאַר׳ן סענאַט, וואָס האָט אָפּגעהאַלטן אַ פאַרהער איבער די אָנגייענדע אויספאָרשונג איבער די רוסישע אינטערווענץ אין די פאַרלאָפענע וואַלן, און האָט צווישן אַנדערע אָפּגעוואָרפן די ווערטער פונעם פרעזידענט אַז די אינערווענץ פון רוסלאַנד איז געווען מינדערוויכטיג, און אזוי אויך האָט ער אויסגעלויבט זיין געוועזענעם אויבערהאַר דשעימס קאומי.

ער האָט אָפּגעוואָרפן די ווערטער פונעם ווייסן הויז אַז קאָומי האָט פאַרלוירן די צוטרוי אינערהאַלב די אַגענטור, זאָגנדיג אַז קאָומי איז געווען שטאַרק באַליבט און פאַרטרויעט צווישן אַלע אַרבעטער אינעם אַגענטור. ״צו אַרבייטן מיט קאָומי איז געווען פון די גרעסטע פּריוויליעגיעס אין מיין לעבן״ האָט ער צוגעלייגט.

אזוי אויך האָט ער אָפּגעוואָרפן די ווערסיע פונעם ווייסן הויז וועלכע האָט געזאָגט אַז די אויספאָרשונג איבער רוסלאַנד איז מינדערוויכטיג און וועט נישט האָבן קיין שום עפעקט אויף די אַדמינסטראַציע, זאָגנדיג אַז ״די אויספאָרשונג איז גאָר אַ ברייטע און ערנסטע, און די עף-בי-איי איז שטאַרק פאַרנומען דערמיט״. ווען ער איז געפרעגט געוואָרן אויב דער פרעזידענט אַליין איז אונטער אויספאָרשונג האָט ער זיך אַנטזאָגט צו ענטפערן, און דערמיט אַריינגעלייגט אין צווייפל דעם פרעזידענט׳ס ווערטער אַז ער איז נישט קיין טייל פון די אויספארשונג.

ער האָט דורכאויס זיין פארהער זיך פאַרפליכטעט צו באַריכטן פאַר קאָנגרעס אויב עס קומען פאָר סיי וועלכע פרואוון פונעם ווייסן הויז צו שטערן די אויספאָרשונג אדער איר פאַרשטייטערן.

Image result for FBI ANDREW MCCABE
ענדרו מעקעיבי 

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל