פרעזידענט טראָמפּ איז ערוואַרטעט היינט צו אונטערשרייבן אַ עקזעקיוטיווע באַפעל צו גרונדען אַ קאָמיסיע צו אַריינקוקן אין פעלשערייען און מיסברויכען וועלכע זענען אָנגעבליך פאָרגעקומען אין די פאַרלאָפענע וואלן. דאָס קומט נאָכדעם וואָס דער פּרעזידענט האָט עטליכע מאל ווידערהאַלט אַז מיליאָנען האָבן געשטימט אומלעגאַל, און נאָכדעם וואָס אַלע עקספערטן האָבן אָפּגעוואָרפן זיין טענה, האָט ער געזאָגט אַז ער וועט עפענען אַ קאָמיסיע וואָס זאָל איבערקוקן די פאַקטן.

די קאָמיסיע וועט געפירט ווערן דורך וויצע פרעזידענט מייק פּענס, און דער אויסגעשפראָכענער סעקערטערי אָוו סטעיט פון קענזעס קריס קאובאך (Kris Kobach), אַ שטאַרקע טראָמפּ שטיצער, וועלכער האָט געדינט אויף די טראַנזיציע שטאַב, און ווערט באַצייכנט דורך פולע דעמאקראַטן אַלס פריינטליך צו ווייסע נאַציאַנאַליסטן.

 אַ וואָרטזאָגער פאַרן ווייסן הויז זאָגט אָבער אַז דער פרעזידענט וויל אַז די קאָמיסיע זאָל זיין אומפּאַרטייאיש און ער וועט שטעלן אויך דעמאָקראַטישע סטעיט באַאַמטע אַלס טייל פון די קאָמיסיע. דערווייל האָט ער אָבער נישט אָנגעגעבן קיין ספעציפישע נעמען.

מיטש מעקאַנעל, דער מאַיאָריטעט פירער אין סענאַט, האָט אויסגעדריקט אומצופרינדהייט פון די באשלוס. ער האָט געזאָגט אַז ער האַלט אַז עס טאָר נישט גענוצט ווערן קיין פעדעראַלע געלטער פאַר אַזאַ קאָמיסיע, נאָכדעם וואָס עס איז נישט פאַרהאַן קיין ערנסטע באַווייזן אַז עס פעלט זיך אויס אַזאַ קאָמיסיע, און דאָס דינט בלויז די פערזענליכע אינטערעס פונעם פרעזידענט.

Image result for VOTER FRAUD

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל