די היימלאנד זיכערהייט דעפּאַרטמענט באַטראַכט א פּלאַן צו מעגליך פאַרבאָטן דאָס אַרויפנעמען לעפּטאַפּס אויף אַלע אינטערנאַציאַנאַלע פליגער רייזעס, און דערמיט אויסברייטערן די עקזיסטירנדע פאַרבאָט וואָס איז פעליג בלויז אויף רייזעס פון 10 מיטל מזרח לענדער. אַזוי האָט אַ אָפיציעלע וואָרטזאָגער פון די דעפאַרטמענט איבערגעגעבן דעם מיטוואָך פאַר די פּרעסע.

די פאַרבאָט נעמט אויך אַריין טאַבלעטס, און סיי וועלכע עלעקטאָראָנישע אַפאַראַט וועלכע איז גרעסער ווי אַ סעלפאָון. די פאַרבאָט קומט נאָכדעם וואָס קאָנקרעטע שפיאָנאַזש אינפאַרמאַציע צייגט אַז די אייסיס טעראָר גרופע האָט באַוויזן צו אַנטוויקלן אַ פאַרגעשריטענע באָמבע וואָס קען ווערן איינגעפלאַנצט אין אַ לעפּטאַפּ, און ווערט נישט באַמערקט ביי די געווענליכע זיכערהייט אונטערזוכונגען אין לופטפעלדער.

דער וואָרטזאָגער האָט געזאָגט אַז די דעפּאַרטמענט האָט נאָכנישט באַשלאָסן איבער דעם, און דער היימלאנד זיכערהייט סעקערטאר דזשאַן קעלי וועט דעם דאָנערשטאָג אָפּהאַלטן אַ באַראָטונג מיט סענאַטאָרן איבער די אַנלעגנהייט. לויט די יעצטיגע פּלאַן, וועט די פאַרבאָט ווערן אויסגעברייטערט צו פליגער רייזעס פון אייראָפע צוליב זאָרג אַז דאָרטיגע ראַדיקאַלע טעראָר צעלן קענען אַנטוויקלן אַזאַ באָמבע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל