אַ באַריכט אין רוסישע טעלעוויזיע האָט איבערגעגעבן פון קוועלער אינעם קרעמלין אַז דער רוסישער פרעזידענט וולאַדימיר פוטין גרייט זיך אויף א באַגעגעניש מיט׳ן אַמעריקאַנער פרעזידענט דאַנעלד טראָמפּ קומענדיגע יולי, אין לויף פון די דשי-20 סאָמיט ווי ביידע פירער וועלן זיך באטייליגן. די באַגעגעניש וועט שוין לאַנג געפּלאַנט און איז נעכטן באַשטעטיגט געוואָרן ווען דער רוסישער אויסערן מיניסטער לאַווראָוו האָט באַזוכט אין ווייסן הויז.

דאָס ווייסע הויז האָט נאָכנישט ענדגילטיג באַשטעטיגט די זיצונג, אָבער שוין צוריק מיט עטליכע וואָכן האָט דאָס ווייסע הויז געזאָגט אַז מען קוקט איבער אַזאַ מעגליכקייט, און די צוויי פירער האָבן עס שוין איבערגעשמועסט טעלעפאָניש. אויב וועט די באַריכט ווערן באַשטעטיגט דורכ׳ן ווייסן הויז, וועט דאָס זיין די ערשטע באַגעגעניש צווישן די צוויי פירער זינט טראָמפּ האָט געווינען די פרעזידענטשאַפט; אַ פאָזיציע אויף וועלכע ער האָט מעגליך צו דאַנקן דעם רוסישן פרעזידענט…



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל