די שטאָט-ראַט אין ניו אָרליענס האָט מיט אַ צייט צוריק אונטערגענומען אַ אַפעראַציע צו באַזייטיגן פאַרשידענע מאָנומענטן וועלכע טוען אָפּצייכענען אַ שוואַרצע קאַפיטל אין די היסטאָריע פון די דרום שטאטן, און זענען ווייטאָגליך פאַר די מיליאָנען שוואַרצע אַמעריקאַנער וועלכע וואוינען דאָרט. ספעציעל מאָנומענטן וועלכע טוען אַרויסהייבן פיגורן וועלכע זענען געווען אַקטיוו אין די ציווילע קריג צו באַשיצן די רעכטן פון די דרום שטאַטן צו האַלטן קנעכט.

היינט האָט די שטאָט-ראַט באַזייטיגט אַ היסטאָרישע מאָנומענט פון דשעפערסאָן דעוויס (Jefferson Davis). דעיוויס איז געווען דער ערשטער און דער לעצטער פרעזידענט פון די ״קאָנפעדערעיט שטאַטן״ וועלכע האָבן זיך אָפּגעריסן פון די פאַראייניגטע שטאַטן. ער איז געווען דער פירער פון די קאָנפעדערעיט אַרמיי אינעם ציווילע קריג, און ווערט נאָך היינט געהאַלטן טייער ביי געוויסע אין די דרום שטאַטן, און פולע שולעס, שפיטעלער, און גאַסן טראָגן זיין נאָמען.

די מאָנומענט שטייט שוין דארט 116 יאר, אויף אַ גאַס וועלכע טראָגט אויך זיין נאָמען. די פאַקט אַז אַ סימבאָל פון קנעכטשאַפט שטייט אַזוי פראָמינענט אינמיטן שטאָט, ברענגט שוין איבל און ווייטאג פולע יאָרן אין די שוואַרצע געמיינדע. לעצטנס האָבן אַקטיוויסטן אָנגעהויבן פּראָטעסטירן קעגן דעם מאָנומענט, וואָס האָט געברענגט דערצו אַז די שטאָט האָט היינט פאַרטאָגס אין די שטילקייט פון די נאַכט, באַזייטיגט דעם מאָנומענט, מיט 116 יאר צו שפעט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל