אַטמאַן אַל-גאַהיני דער הויפט פון די איראַקער קרעפטן וועלכע באַקעמפן אייסיס אין מאָסול, זאָגט אַז די אַרמיי אינאיינעם מיט די אַמעריקאַנער לופט קרעפטן, מאַכן גאָר גוטע פאָרשריט אין פאַרטרייבן די אייסיס טעראָריסטן. די טעראָריסטן זענען שוין אַרויסגעשטופט פון רוב טיילן שטאָט, און האַלטן זיך אויף אין קליינע ווינקלעך וועלכע די מיליטער פּלאַנט צו ״אויסרייניגן״ אין די קומענדיגע טעג. די ציהל איז צו פייערן די גענצליכע באַפרייאונג פון די שטאָט נאָך פאַר מאי 26 ווען די מוסלעמענער הייבן אָן צו אָפּרעכטן די ״ראַמאַדאַן״ חודש אין וועלכע די מוסלעמענער האַלטן זיך צוריק פון שלאַכטן.

מאָסול איז די צווייט גרעסטע שטאָט אין איראַק, וועלכע איז געווען אַ הויפט באַזע פאַר די טעראָר גרופע, זינט 2014 ווען די גרופע האָט איבעראַשט די וועלט מיט אַ בליץ אַפעראַציע אין וועלכע זיי האָבן איבערגענומען קאָנטראָל אויף די שטאט. די איראַקער קרעפטן מיט הילף פון אַמעריקע האָט אָנגעהויבן אַ מאַסיווע אַפעראַציע צו אַרויסשטופן אייסיס פון דאָרט, און האָבן שוין פאָריגן יאַנואַר אָנגעהויבן צו איבערנעמען גענצליך די מזרח טייל פונעם שטאָט. אַצינד גייען די שלאַכטן אָן אין טייל פון די מערב ברעג, אין וועלכע עס געפונט זיך די אַלטע שטאָט און די היסטאָרישע ערטער, וועלכע דינען אַלס אַ באַהעלטעניש פאַר די פאַרבליבענע אייסיס קעמפער.

עס ווערט געשאַצט אַז אין שטאָט זענען נאָך פאַרבליבן בלויז אַרום 1,000 אייסיס קעמפער, און האַלטן זיך אויף אין די דרום מערב טייל פון שטאָט אינאיינעם מיט אַרום אַ האַלב מיליאָן ציווילע וועמען זיי טעראָריזירן. די פעלקער פאַראיין שאַצט אַז אַזויפיל ווי 8,000 ציווילע זענען געשעדיגט געוואָרן אין די שלאַכטן. אַ קוואַל אין די אַמעריקאַנער מיליטער זאָגט אַז אַזויפיל ווי 776 איראקער זעלנער זענען שוין אומגעקומען אין די מיסיע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל