בריסל – א הויכראנגיקער אייראפעאישער באאמטער זאגט אז די ברעקזיט וועט ברענגען אזויפיל עקאנאמישע שאדנס פאר ענגלאנד, אז זיי וועלן זיך בעטן צוריק אריינגענומען צו ווערן אינעם אייראפעאישן יוניאן.

דער באאמטער איז מייקל ראסעל, וועלכער פירט אן די ברעקזיט געשפרעכן מיט אייראפע אלס רעפרעזענטעטיוו פון די סקאטלאנד רעגירונג אינערהאלב ענגלאנד. ראסעל, וועלכער האט שטארק קאמפיינט קעגן דעם ברעקזיט, זאגט אז עס איז נישטא קיין שום וועג וויאזוי אויסצוארבעטן א גוטן דיעל מיט די אייראפעאישע לענדער, ווייל דער ברעקזיט וועט קאסטן צענדליגער טויזנטער דזשאבס פאר בריטישע בירגער.

ראסעל שאצט אז ביז צוואנציג יאר וועט א נייע בריטישע רעגירונג זיך ווענדן מיט א ביטע צו די אייראפעאישע יוניאן אז מען זאל זיי צוריק אריינלאזן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל