צאנא – לאקאלע פירער פון דרום תימן האבן געגרינדעט א נייע קאונסיל וועלכע וועט אנהייבן די לעגאלע פראצעדורן פון אפטיילן דרום תימן פון די איבריגע לאנד און שאפן א נייע לאנד. דער קאמפיין ווערט געפירט דורך אדירוס אל זובעידא, דער געוועזענער גאווערנאר פון די שטאט אדען, די גרעסטע שטאט אין דרום תימן, און ער זאגט אז ס'וועט בכלל נישט זיין א נייע זאך, ווייל דרום תימן איז געווען א זעלבסטשטענדיגע לאנד ביז 1994 ווען די צוויי טיילן האבן זיך צוזאמגעשטעלט.

די נייע קאמפיין אפצורייסן א שטיק פון תימן, וועט מאכן מער קאמפליצירט די אנגייענדע מלחמה אין תימן, וואו די סאודיער מיליטער טוט שטיצן רעגירונג קרעפטן סיי אין צפון תימן און סיי אין דרום תימן, צו קעמפן קעגן די איראנער געשטיצטע האוטי רעבעלן.

טויזנטער פון תימנ'ע דעמאָנסטראַטאָרס רופן פאַר דרום תימן'ס זעלבסשטענדיגקייט
בילד: טויזנטער פון תימנ'ע דעמאָנסטראַטאָרס רופן פאַר דרום תימן'ס זעלבסשטענדיגקייט


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל