וואשינגטאן – דער העכסטער סופרים קאורט אין לאנד האט נעכטן געאורטיילט אז קלאגעס איבער "פּאטענט" רעכטן פון פראדוקטן קענען נאר אריינגעגעבן ווערן קעגן א פירמע אינעם געריכט וואס געפינט זיך אין דעם דיסטריקט וואו די פירמע'ס הויפטקווארטירן זענען סטאנציאנירט, וואס דער אורטייל ווערט באטראכט אלס א היסטארישע געווינס פאר אמעריקאנער ביזנעסער.

עס האט זיך אנטוויקלט אין די לעצטערע יארן "פּאטענט טראלס", וואס באדייט אז מענטשן נעמען ארויס "פּאטענט רעכטן" צו פראדוצירן א ספעציפישן פראדוקט, און אנשטאט אינוועסטירן די געלטער און עס פראדוצירן, זוכן זיי אפיר א פירמע וואס פראדוצירט פאקטיש אזא סארט פראדוקט, און זיי קלאגן יענע פירמע פאר'ן כלומר'שט גנב'נען דעם פּאטענט, און פילע זענען שוין רייך געווארן מיט מיליאנען דאלארן פון אזעלכע קלאגעס.

דער קעיס אינעם סופרים קאורט האט באהאנדלט א קלאגע וואס דער עסנווארג-ריז "קרעפט היינז", האט אריינגעגעבן קעגן דער "טי-סי הארטלענד" פירמע פאר'ן נאכמאכן עפעס פראדוקטן. "הארטלענד" האט דאן געקלאגט מ'זאל טראנספערירן דעם געריכט פראצעס קיין אינדיאנא, וואו זיי זענען הויפטקווארטירט, און אזוי האט זיך דער קעיס געקייקלט, און ס'איז אויפגעקומען די אישו פון דעם וואס געוויסע "פאטענט טראלס" וועלן דייקא קלאגן פירמעס אין געריכט דיסטריקטן וואו זיי ווייסן אז זיי וועלן געווינען די קלאגע קעגן דער פירמע. נעכטן האט דער סופרים קאורט געאורטיילט אז פירמעס קענען נישט געקלאגט ווערן סתם וואו אימער עס לאזט זיך, נאר דוקא אינעם דיסטריקט וואו זייער הויפטקווארטיר געפינט זיך.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל