פּרעזידענט טראָמפּ קומט היינט אָן קיין בריסל, ווי ער וועט זיך טרעפן מיט אַלע נאַטאָ מיטגלידער, און צווישן אנדערע וועט דיסקוטירט ווערן די געמיינזאַמע מיליטערישע אַפּעראַציעס וואָס אַמעריקע און נאַטאָ פירן דאָרט אָן.

אין די לעצטע וואָכן האָט די מיליטער פאַרלאַנגט נאך 5,000 זעלנער צו קענען אויספירן די אָנגעבליכע מיסיע פון באַזיגן טעראָר אין אַפגאַניסטאַן, אבער לויט באַריכטן איז פאַרהאַן אַ שטאַרקע צוטיילונג אינערהאַלב די אַדמיניסטראַציע איבער דעם. מאַנכע זענען ביי די מערהייט אַז עס האָט נישט קיין זין צו שיקן נאָך און נאָך זעלנער קעמפן אַ קריג וואָס נעמט שוין 14 יאָר און מען זעהט נישט קיין פאָרשריט, און זאָגן אַז עס איז צייט צו עפענען אַ דיאַלאָג מיט די טאַליבאַנער, אַ געדאַנק וועלכע דער פּרעזידענט טוט נישט אָפּוואַרפן.

בילד: אַפגאַניסטאַן'ס פּרעזידענט אַשראַף גהאַני ווענדט זיך צו די אַמעריקאַנער דעפענס סעקרעטאַר דשעימס מעטטיס און זיין דעלעגאַציע אין די די פּרעזידענטליכע פּאַלאַץ אין קאַבול

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל