א געהיימע אַפעראַציע פון די ספּעציעלע קרעפטן וועלכע אַפּערירן אין תימן האָבן באַפאַלן אַ אַנטשטאַלט אין צענטראל תימן וועלכע האָט געדינט די אָרטיגע על-קאידא גרופע, און האָבן אומגעברענגט 7 פון די טעראָריסטן וועלכע האָבן זיך געפונען אויפ׳ן אָרט.

די אַפּעראַציע איז די ערשטע ״ערד אַפּעראַציע״ אין תימן וועלכע ווערט אַנערקענט דורך דעם פּענטאגאָן, אין וועלכע אַמעריקאַנער זעלנער האָבן באַטראָטן דעם תימנ׳ער באָדן אין לויף פון די אַפּעראַציע, אַנדערש ווי געווענדליך וואָס די אַפּעראַציעס ווערן דורכגעפירט אין די לופטן. די פּענטאגאָן האָט אויך געזאָגט אַז עטליכע סאָלדאַטן זענען פאַרוואונדעט געוואָרן אין די אפעראציע, אָבער קיינער פון זיי איז נישט אין אַ לעבנסגעפאַר.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל