וואשינגטאן – באאמטע אינערהאלב דעם סענאט שפיאנאזש קאמיטע האבן געזאגט אז זיי האבן באקומען דאקומענטן פון פאול מענעפארט – טראמפ'ס געוועזענער קאמפיין טשעירמאן, און פון ראדזשער סטאון – וועלכער האט געדינט אלס אומאפיציעלער ראטגעבער פאר'ן טראמפ קאמפיין. דער סענאט קאמיטע האט געהאט ארויסגעשיקט סובפינעס צו באקומען דאקומענטן פון מענעפארט, סטאון און פון מייקל פלין, וועלכער האט געדינט אלס קאמפיין ראטגעבער און צייטווייליג אלס טראמפ'ס נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער, אין פארבינדונג מיט דער אנגייענדיגער אויספארשונג ארום רוסלאנד, אבער למעשה האבן נארט מענעפארט און סטאון קאאפערירט, בעת פלין האט געשיקט דורך זיינע לאיערס א מעסעדזש צו דער סענאט קאמיטע אז ער וועט "אפעלירן דעם פינפטן", וואס באדייט א מענטש'ס קאנסטיטוציאנעלע רעכט נישט צו געבן קיין שום דאקומענטן, באווייזן אדער סטעיטמענטס וואס קענען גענוצט ווערן קעגן אים אין א קרימינאלן קעיס.


פון דער יוד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל