ירושלים – נעכטן ביי זיין צוזאמטרעף מיט'ן איזראעלישן פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו, האט פרעזידענט טראמפ געזאגט אז ער האט נישט דערמאנט דאס ווארט מדינת ישראל בשעת'ן אויפנעמען די רוסישע באאמטע אינעם אוועל אפיס מיט 2 וואכן צוריק. טראמפ האט געזוכט צו פארזיכערן פאר נתניהו און די מדינת ישראל רעגירונג, אז ער האט נישט ארויסגעגעבן פאר די רוסן דעם פאקט אז מדינת ישראל האט צוגעשטעלט די שפיאנאזש אינפארמאציע איבער'ן געפאר פון אייסיס באמבעס אין לעפטאפס – וואס באריכטן האבן געצייגט אז די שפיאנאזש וואס אמעריקע האט געהאט איבער'ן אייסיס לעפטאפ-באמבעס געפאר איז געקומען פון מדינת ישראל. אנאליסטן האבן געזאגט אז דאס איז געווען נאך א ביישפיל פון טראמפ, וועלכער קען זיך נישט העלפן און מוז אויפברענגען פאליטיק און זיך אליין אנמאכן סקאנדאלן, שטייענדיג נאך צוויי געלונגענע טעג פון זיין אויסלענדישע רייזע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל