שפאניע – אכט ספרדי'שע אידן פון פאנאמא האבן באקומען שפאנישע בירגערשאפט פונעם שפאנישן אמבאסאדאר אין פאנאמא ביי א ספעציעלער צערעמאניע. די גרופע אידן זענען דורך די רוטינע און געווענליכע בירגערשאפט צערעמאניע פארנט פון דער שפאנישער אמבאסאדע אין פאנאמא סיטי, און דאס איז צושטאנד געקומען אדאנק דעם וואס שפאניע האט מיט צוויי יאר צוריק דורכגעפירט א געזעץ וואס ערלויבט פאר אידן וואס שטאמען פון די וואס זענען פארטריבן געווארן ביים גירוש שפאניע, צו קענען באקומען גרינגע און שנעלע בירגערשאפט, אן דארפן ווארטן לאנגע מאנאטן. פאראיאר זענען שוין 23 ספרדי'שע אידן אין פאנאמא געווארן אקצעפטירט אלס אויטאמאטישע בירגער אין שפאניע. די סיבה צו די פילע פאנאמער אידן וואס זוכן שפאנישע בירגערשאפט', איז צוליב וואס פאנאמא איז געווען איינס פון די פלעצער וואו פארטריבענע אידן פון שפאניע זענען אנטלאפן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל