אין אַ ווידיאָ וואָס זי האָט אַרויסגעלייגט געציילטע שטונדן נאָך די אַטאַקע, האָט די טעראָר גרופע אייסיס גענומען פאַראַנטוואָרטליכקייט אויף די שוידערליכע טעראָר אַטאַקע וואָס איז פאָרגעקומען נעכטן אין מאַנטשעסטער. די ווידאָ זאָגט אַז עס איז געצילט ״צו אָפּשרעקן די געצנדינער און נעמען אַ געטליכע נקמה אין די כופרים פאַר די בלוט וואָס זיי פאַרגיסן אויף הייליגע מוסלעמענער לענדער״, און פאַרשפראָכן נאָך אַזעלכע אַטאַקעס אין די צוקונפט.

די אַטאַקע וועלכע איז פאָרגעקומען אין אַן אַרענע אין מאַנטשעסטער דורכאויס אַ מוזיקאַלישע קאַנצערט, האָט געקאָסט די לעבנס פון 22 יונגע מענטשן, אַריינגערעכנט אַ 8 יעריג מיידל. די אויפרייס וועלכע האָט פּאַסירט אין אַ זאַל ווי עס האָבן זיך געפונען אַרום 20,000 מענטשן - וועלכע האָבן זיך פאַרזאַמלט צו הערן אַן אַמעריקאַנער זינגערין - האָט געברענגט אַ פּאַניק און כאַאָס אין זאַל, און טויזנטער מענטשן זענען געלאָפן אין ריכטונג פון די אַרויסגענג, וואָס דאָס האָט אַליין געברענגט פולע פאַרוואונדעטע.

אין די שטונדען נאָך די אַטאַקע האָט געהערשט אַ שוידערליכע כאַאָס און שרעק. הונדערטער עלטערן זענען געווען באַזאָרגט איבער די שיקזאַל פון זייערע קינדער, און די באַריכטן איבער אַ מאַסן אַטאַקע האָט אויפגעטרייסלט ענגלאנד. נאָך עטליכע שטונדן האָט זיך אויסגעקלאָרט דאָס בילד, און עס איז באַריכטעט געוואָרן אַז 22 זענען אומגעקומען און נאָך 60 זענען פאַרוואונדעט געוואָרן.

די אַטאַקע איז דורכגעפירט געוואָרן דורך אַ זעלבסמערדער וועלכער האָט זיך אויפגעריסן מיט אַ אייגן-געמאַכטע באָמבע וועלכע האָט אַנטהאלטן שראַפנעל און שאַרפע אָביעקטן צו פאַרגרעסערן די צאָל פאַטאַליטעטן. דער טעראריסט איז שפעטער אידענטפיצירט געוואָרן אַלס סאַלמען אַבעדי, א 22 יעריגער מוסלעמענער פון מאַטשעסטער, אַ געבוירענער אין מאַנטשעסטער צו אַ ליבישע פאַמיליע. די פאַקט אַז דער טעראָריסט איז אַ ענגלישע געבוירענער, טוט נאָך צולייגן צו די שאָק.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל