קאירא – די רעגירונג אין עגיפטן האט אנגעהויבן אן אונטערנעמונג מיט'ן ציל צו פארזיכערן און פארשטערקערן די איבערבלייבענישן פון אידן אין לאנד. די ערשטע שריט אינעם קאמפיין איז געווען דאס וואס דער אנטיקן מיניסטער סאאיד האלמי האט געמאלדן, אז אידישע בתי חיים לענגאויס די היסטארישע שטאט אלעקסאנדריע זענען רעגיסטרירט געווארן אין דעם אנטיקן מיניסטעריום, וואס די רעגיסטראציע באדייט אז די עגיפטישע רעגירונג האט גענומען אויף זיך דאס אחריות צו פארזיכערן אז די בתי חיים ווערן באשיצט און כסדר רענאווירט. אויסער דעם, האט מיניסטער האלמי געזאגט אז א היסטארישע שול אין אלעקסאנדריע איז אויך אין די לעצטע שטאפלען פון ווערן רעגיסטרירט מיט דעם אנטיקן מיניסטעריום. אינעם שול זענען דא גאנצע ביכער, ספרים און דאקומענטן וועלכע דערציילן די לאנגיעריגע און רייכע היסטאריע פון אידן אין עגיפטן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל