איסטאנבול – די טערקישע רעגירונג האט נעכטן אויסגעדרוקט גרויס אויפברויז איבער'ן אינצידענט וואס האט פאסירט פאריגע וואך ביי איר אמבאסאדע אין וואשינגטאן די-סי, וואס דער אויפברויז האט געהויבן ברעמען ביי אמעריקאנער אנאליסטן און עקספערטן. דער אינצידענט האט פאסירט, ווי דאן באריכטעט, ווען דער טערקישער פרעזידענט ראַסיפּ טאיעפּ ערדאָוואַן האט באזוכט פרעזידענט טראמפ אין ווייסן הויז, און ווען פרא-קורדישע פראטעסטירער האבן זיך פארזאמלט פארנט פון דער טערקישער אמבאסאדע צו פראטעסטירן קעגן ערדאָוואַן, זענען זיי אנגעקלאפט געווארן דורך ערדאָוואַן'ס טערקישע לייבוועכטער, ברענגענדיג שארפע פארדאמונגען פון פילע אקטיוויסטישע גרופעס, וועלכע האבן פארלאנגט אז טערקיי זאל זיך אנטשולדיגן. אנשטאט האט מען גאר געהערט נעכטן פארדאמונגען דורך טערקיי, אז די אמעריקאנער פאליציי אפיצירן אויף דער סצענע זענען שולדיג פאר די אומרוען, און טערקיי האט אפילו גערופן דעם אמעריקאנער אמבאסאדאר פאר אן עמורדזשענסי זיצונג אים צו דערלאנגען א פּסק.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל