ריא – דער פרעזידענט פון בראזיל, מישאל טעמער, האט נעכטן דערקלערט אז ער וועט נישט רעזיגנירן פון אמט, אפילו אויב די געריכטן וועלן אים דערקלערן שולדיג אויף די קלאגעס קעגן אים. טעמער שטייט אויס שווערע קארופציע קלאגעס אינעם ארטיגן סופרים קאורט, נאכדעם ווי ס'איז אפירגעקומען א רעקארדירונג, וואו מ'הערט אים אויסדריקן צושטימונג צו דעם וואס די "דזשעי בי עס" פלייש פירמע האט באצאלט גרויסע געלטער פאר א בראזיליער פאליטישאן וועלכער איז געגאנגען זיצן אין טורמע פאר קארופציע, אין אויסטויש אז יענער זאל נישט דערציילן פאר די רעגירונג אויספארשער איבער אומלעגאלע האנדלונגען פון "דזשעי בי עס". טעמער זאגט אז די רעקארדירונג איז פאלש, און דעריבער וועט ער נישט רעזיגנירן, און אויב וויל מען אים ארויסזען, זאל מען אים מיט געוואלד ארויסווארפן. בראזיל ווערט געפלאגט פון נאכאנאנדע פאליטישע קארופציע, און טעמער אליינס איז אריינגעקומען אין אמט ערשט פאראיאר סעפטעמבער, נאכדעם וואס די דעמאלטדיגע פרעזידענטין דילמא רוסעף איז געווען געצווינגען אפצוטרעטן צוליב איר אייגענע קארופציע סקאנדאל.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל