טעהראן – דער ווידערוויילטער איראנער פרעזידענט, כאַסאַן רוכאַני, האט נעכטן אין קאמענטארן געזאגט אז איראן איז א קריטישער טייל פון דערגרייכן סטאביליטעט אינעם מיטל מזרח ראיאן, און אויסצושליסן איראן פון סיי וועלכע סארט אפמאך, וועט זיין א גרויסער טעות. רוכאני'ס ווערטער איז געקומען איין טאג נאכדעם וואס דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ האט געגעבן א רעדע פאר צענדליגער פירער פון אראבישע לענדער, אין וועלכע ער האט אראפגעריסן איראן און אפעלירט צו די לענדער צו שטיין ווייט פון איראן און פארזיכערן אז איראן הערט אויף שטיצן טעראר און אנדערע פראבלעמאטישע אקטיוויטעטן. רוכאני זאגט אז דער גאנצער סאמיט צווישן טראמפ און די אראבישע פירער איז נישט געווען מער ווי א צירקוס, אן דעם וואס מ'זאל דערגרייכן סיי וועלכע פאקטיש-בינדענדע אפמאך. "ווער קען דען זאגן אז דער ראיאן וועט גרייכן הונדערט פראצענטיגע סטאביליטעט אן דעם וואס מ'זאל ארייננעמען איראן דערין?!" – האט רוכאני קאטעגאריש דערקלערט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל