ירושלים – פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט נעכטן געלאנדעט אין מדינת ישראל פאר א באזוך, און אין לויף פונעם באזוך האט ער אין עטליכע רעדעס אויסגעדרוקט נאכאמאל און נאכאמאל קאנפידענץ ,אז ער וועט קענען גרייכן אן אפמאך פאר שלום צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער, טראץ וואס דערווייל זעט נישט אויס ווי מ'האלט בכלל נאענט אנצוהייבן געמיינזאמע געשפרעכן צווישן ביידע זייטן פונעם קאנפליקט.

טראמפ'ס לאנדונג אין מדינת ישראל איז געקומען מיט גרויס פאמפע, ער האט באזוכט אין אלטשטאט ירושלים, און באזונדער ביים כותל, וואס איז דאס ערשטע מאל אין היסטאריע וואס אן אמטירנדער אמעריקאנער פרעזידענט באזוכט דארט. דאס איז אויך געקומען פונקט אין א צייט ווען די ציוניסטישע מדינה צייכנט אפ דעם פופציגסטן יארטאג פון דער זעקס-טאגיקער קריג ווען זיי האבן פארכאפט די אלע אקופירטע שטחים, אריינגערעכנט אלט-שטאט ירושלים און דעם כותל, ברענגנדיג ליידער א כוואליע פון התגרות באומות און בלוט-פארגיסונג וואס האלט אן ביז'ן היינטיגן טאג.

טראמפ איז געווען געסקעדזשועלט זיך אויפצוהאלטן אין מדינת ישראל פאר גאנצע 28 שטונדן, זייענדיג די גאנצע צייט נאר אין ירושלים, איינשטייענדיג אינעם "קינג דעיוויד" האטעל. לויט'ן אפיציעלן סקעדזשועל, וועט טראמפ היינט אינדערפרי זיך טרעפן מיט'ן פאלעסטינער פירער מוכאמעד אבאס פאר בערך א שעה צייט, צו אפעלירן צו אים פאר שלום, און דערנאך וועט טראמפ ארויספליען פון מדינת ישראל, אויפן וועג צום וואטיקאן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל