ענגלאנד – א שרעקליכע אטאקע האט פריש אויפגעטרייסלט אייראפע, ווען א מאכטפולער אויפרייס האט פאסירט אין א זאַל אין מאנטשעסטער, ענגלאנד וואו עס זענען געווען פארזאמלט טויזנטער מענטשן, און שרייבנדיג די שורות הערט מען אז אמווייניגסטנס ניינצן זענען באשטעטיגט אומגעקומען און מער ווי פופציג זענען שווער פארוואונדעט, און די בריטישע אויטאריטעטן האבן געזאגט אז דערווייל באהאנדלען זיי דעם אינצידענט ווי אן איסלאמישע טעראר אטאקע, טראץ וואס ס'איז נאכנישט געווען קלאר נעכטן פארנאכטס ווער עס איז געשטאנען אונטער דעם.

עס זענען געווען געמישטע באריכטן איבער וועלכע סארט אויפרייס דאס איז געווען, מיט עטליכע פאליציי באאמטע וועלכע האבן געזאגט אז עס איז געווען א באמבע אנגעפולט מיט נעגל און שראפנעל, און אנדערע פאליציי קוועלער וואס זאגן אז ס'איז געווען א זעלבסטמערדער. די פאליציי זאגן אז דער אויפרייס האט נישט פאסירט ממש אינעם זאל זעלבסט, נאר הארט אינדרויסן, אבער עס האט זיך געהערט אינעווייניג, שאפנדיג א שרעקליכן פאניק ביי די טויזנטער פארזאמלטע, וואס דעריבער האבן זיך די מאסן גענומען לויפן צו די ארויסגענג, און דאס האט ווארשיינליך געברענגט פרישע פאטאליטעטן און פארוואונדעטע, ווען די מאסן האבן געטרעטן איינער אויפן צווייטן.

איבריג צו זאגן אז דער אינצידענט האט געשטעלט גאנץ ענגלאנד, אייראפע און די גאנצע וועלט אויף א הויכן אלערט, און אין עטליכע שטעט האט מען געהערט אינצידענטן און שרעקן וואס האבן זיך ארויסגעשטעלט אלס פאלש, א שטייגער ווי אין מאנטשעסטער זעלבסט, בלויז עטליכע בלאקס אוועק פונעם זאל וואו דער אויפרייס האט פאסירט, איז באריכטעט געווארן איבער א פארלאזטן פארדעכטיגטן פעקל, און די פאליציי האבן דורכגעפירט א קאנטראלירטן אויפרייס דערויף, וואס ס'האט זיך ארויסגעשטעלט צו האבן געווען א פארלאזטע זעקל פון סתם חפצים. אין א סטעיטמענט האט די טראמפ אדמיניסטראציע געזאגט אז פרעזידענט טראמפ האלט מיט די אנטוויקלונגען.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל