מערילאנד – פאליציי האבן געמאלדן קלאגעס קעגן א ווייסן סטודענט פון דער אוניווערסיטעט אוו מערילאנד, איבער דעם וואס יענער האט געשטאכן א שווארצן מאן וועלכער איז נארוואס איינגעשוואוירן געווארן אלס לוטענאנט אין דער אמעריקאנער ארמיי. דער אינצידענט האט פאסירט ווען דער פארשוין שאן אורבאנסקי (Sean Urbanski) האט געשטאכן און אומגעברענגט דעם שווארצן ריטשארד קאלינס (Richard Collins) פארלאפענעם שבת אויפ'ן קאמפלעקס פון מערילאנד אוניווערסיטעט, נאכדעם וואס קאלינס האט זיך אנטזאגט אויסצופאלגן אורבאנסקי'ס באפעל זיך אוועקצורוקן פאר אים און אים מאכן פלאץ אויפ'ן טראטואר. אן אויספארשונג איבער אורבאנסקי'ס היסטאריע, צייגט אז ער איז א מיטגליד אין דער אינטערנעט גרופע "אלט-רייט", וועלכע איז א נעא-נאצי עקסטרעם-רעכטע סטודענטן גרופע אין אמעריקע, און די עף-בי-איי באאמטע האבן נעכטן באשטעטיגט, אז אויסער וואס אורבאנסקי איז שוין געקלאגט געווארן מיט מארד קלאגעס, פארשן זיי צי מ'קען צולייגן האס פארברעכן קלאגעס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל