וואשינגטאן – די פעדעראלע היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט האט געמאלדן נעכטן אז זי וועט פארלענגערן די צייט וואס האיטיער בירגער, וועלכע זענען געקומען קיין אמעריקע נאכ'ן היסטארישן ערדציטערניש אין יאר 10', קענען פארבלייבן אין לאנד און זיי וועלן דערווייל קענען פארבלייבן כאטש ביז יאנואר יאר 18'. די אבאמא אדמיניסטראציע האט אריגינעל אויטאריזירט דאס אריינברענגען טויזנטער האיטיער בירגער נאכ'ן יאר 10' ערדציטערניש, וויבאלד גאנצע שטעט זענען חרוב געווארן און ס'איז ממש געווארן אוממעגליך ווייטער אנצוהאלטן דארטן דאס לעבן. אלעס אינאיינעם זענען אריינגעקומען קיין אמעריקע מער ווי פופציג טויזנט האיטיער אין די וואכן נאכ'ן ערדציטערניש, און דער יעצטיגער היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר דזשאן קעלי זאגט אז ער האט באקומען א באריכט אז די סיטואציע אין האיטי ווערט דראמאטיש בעסער, אבער דערווייל וועט מען נאך ערלויבן די האיטיער צו פארבלייבן, ביז ווילאנג די סיטואציע דארטן ווערט נאך בעסער.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל