מאנהעטן – ניו יארק סיטי פאליציי קאמישאנער דזשעימס אניעל האט אויפגעטרעטן ביי א פארהער פונעם סיטי קאונסיל און געזאגט אז די סיטי פאליציי האבן אונטערגענומען אין די ערשטע מאנאטן פון היי יאר 17' א פארשטערקערטן קאמפיין צו צילן דרייווערס וועלכע פארן העכערן ספיד-לימיט און אזעלכע וואס שפילן זיך מיט'ן טעלעפאן אינמיטן דרייוון. זינט יאנואר, זאגט קאמישאנער אניעל, האבן סיטי פאליציי אפיצירן שוין פארטיילט 25,395 ספּידינג טיקעטס, אין פארגלייך צו בלויז 16,642 ספידינג טיקעטס אין די זעלבע פּאר מאנאטן פאראיאר, וואס באדייט א העכערונג פון 52 פראצענט. אין דער זעלבער צייט איז אויך געשטיגן די צאל טיקעטס פאר דרייווערס וואס שפילן זיך מיט'ן טעלעפאן, ווען היי יאר איז שוין דערווייל פארטיילט געווארן 17,508 טיקעטס, און פאראיאר אין זעלבן צייט-אפשניט איז עס געווען בלויז 11,736 טיקעטס. פאר'ן דורכפארן "טראפיק לייטס", האט די פאליציי פארטיילט דערווייל היי יאר 24,815 טיקעטס, קעגן 19,462 טיקעטס פאראיאר אינעם זעלבן צייט-אפשניט.

Displaying

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל