אלבאני – ניו יארק גאווערנאר ענדרו קאומא האט געשיקט א בריוו צו פרעזידענט דאנאלד טראמפ, אין וועלכן ער אפעלירט אז די פעדעראלע רעגירונג זאל צושטעלן געלטער צו העלפן ניו יארק פאררעכטן און רענאווירן די פראבלעמאטישע און פארעלטערטע "פען סטעישאן" טראנזיט סטאנציע אין ניו יארק סיטי, וועלכע ליידט פון אינפראסטרוקטור פראבלעמען מיט דער געביידע, מיט די שינעס און בכלל דעם סיסטעם און סקעדזשועל פון די באנען וואס זענען פארנאכלעסיגט. א לעצטערע אינצידענט, וואס האט פאסירט אפריל 3 און געברענגט אז אכט שינעס זאלן נישט זיין אין סערוויס פאר כמעט א גאנצע וואך, האט באנייעט אויפמערקזאמקייט איבער די פראבלעמען פון "פען סטעישאן" און קאומא האט דאן איינגעזען אז עפעס מוז געטאן ווערן. אין זיין בריוו צו פרעזידענט טראמפ שרייבט ער נישט פונקטליך וויפיל מען שאצט אז ס'וועט קאסטן צו רענאווירן די סטאנציע, אבער ער אפעלירט צום פרעזידענט אז זייענדיג א ניו יארקער איינוואוינער אלע זיינע יארן, פארשטייט דער פרעזידענט זיכער די וויכטיגקייט פון פען סטעישאן פאר דער גאנצער סטעיט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל