וואשינגטאן – עקספערטן האבן אנגעוויזן אז די ווייניגסטע זאלץ באקומען מענטשן אריין דורך דעם זאלץ-מעסטל, און אויב וויל מען שניידן די מאס זאלץ וואס מ'עסט איז דאס דער לעצטער אדרעס. בלויז 11 פראצענט זאלץ וואס מענטשן עסן קומט פונדערהיים, צי פון קאכן, צי פון צולייגן ביים טיש דורכ'ן זאלץ-מעסטל, האבן די פארשער געזאגט. רוב דערפון קומט פון עסן פראצעסירטע פאבריקן-דערצייגטע עסנווארג און פון רעסטוראנט מאלצייטן. די פארשער האבן רעקרוטירט 450 מענטשן פאר א שטודיע, מען האט זיי אויסגעקליבן פון אלאבאמא, מינעסאטע און קאליפארניע. זיי אויסגעפרעגט און געהייסן אראפשרייבן, פאר א משך פון 4 טעג, פונקטליך וואס זיי האבן געגעסן. אין דורכשניט האבן די מענטשן אריינבאקומען 3,501 מיליגראם זאלץ טעגליך. 71 פראצענט דערפון איז געקומען פון עסנווארג וואס מען האט אריינגעברענגט פונדרויסן פון שטאט. נאך 14 פראצענט איז געווען זאלץ וואס מאכט זיך נאטורליך אין פארשידענע עסן. ארום 6 פראצענט איז געקומען פון וואס מען האט צוגעלייגט ביים קאכן אין שטוב און 5 פראצענט איז געקומען פון די זאלץ וואס מ'האט צוגעזאלצן ביים עסן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל