טראָץ שטאַרקע קעגנערשאַפט פון די פינאַנציאַלע סעקטאָר, האָט דער לעיבאָר סעקערטאַר אַלעקסאַנדער אַקאָסטאַ געמאָלדן אַז זיין דעפּאַרמענט וועט אינפאָרסירן אַ רעגולאַציע וואָס פּרעזידענט אָבאַמאַ האָט אונטערגעשריבן און דאַרף יעצט אַריינגיין אין קראַפט. לויט די רעגולאַציע מוז אַ פינאַנציאַלע ״ראַטגעבער״ אַנטפּלעקן פאַר זיין קליענט אויב ער האָט סיי וועלכע אַנדערע אינטערעסן אויסער דעם קליענט, וואָס באַדייט אַז פאָרשטייער פון גרויסע פירמעס ווי אינשורענס אָדער אינוועסטמענט פירמעס וועלן זיך נישט קענען אָנגעבן אַלס ״פינאַנציאַלע עקספערטן״ און אַזוי אַרום זוכן צו כאַפן קליענטן. די רעגולאַציע איז שווער באַקעמפט געוואָרן דורך די אינדוסטרי, און מאַנכע האָבן ערוואַרטעט די טראָמפּ אַדמיניסטראַציע עס צו אַנולירן, אָבער די דעפּאַרטמענט זאָגט אַז זי וועט דאָס אימפּלאַמענטירן אַלס געזעץ פון לאַנד.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל