די אַמאָליגע סעלפאָן ריז ״נאָקיע״ פירט שוין אַ לענגערע צייט אַ פאַרצויגענע געריכטליכע קאַמפ מיט די טעכנאָלאָגיע ריז עפּל, און האָבן אַריינגעגעבן קעגן איר אַזויפיל ווי 32 געריכטליכע קלאַגעס פאַר׳ן פאַרלעצן אירע פּאַטענט רעכטן. אָבער נעכטן האָבן ביידע פירמעס אין אַ געמיינזאַמע מעלדונג געזאָגט אַז זיי האָבן געגרייכט אַ אָפּמאַך אונטער וועלכע זיי וועלן אַרבייטן אינאיינעם, און עפּל וועט צאָלן פאַר נאָקיע געלטער פאַר די פּאַטענטן וועלכע זי נוצט. אויך וועט די פירמע פאַרקויפן אין אירע געשעפטן פּראָדוקטן וועלכע ווערן פּראָדוצירט דורך נאָקיע, אַ פּרעצעדענטלאָזע שריט פאַר עפּל וועלכע איז באַקאַנט מיט דעם וואָס זי פאַרקויפט בלויז אירע אייגענע פּראָדוקטן. עס ווערט געשאַצט אַז די נאָקיע פירמע וועט באַקומען הונדערטער מיליאָנען דאָלער יערליך, אַ סומע וואָס וועט ראַטעווען די געפּלאָגטע פירמע פון אונטערגאַנג.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל