מאנטשעסטער — די בריטישע רעגירונג האט נעכטן געהעכערט דעם נאציאנאלן טעראר אלערט שטאפל פון "ערנסט" צו "קריטיש", נאכדעם ווי ס'האט פאסירט די שרעקליכע טעראר אטאקע אין מאנטשעסטער, מיט 22 פאטאליטעטן און צענדליגער אנדערע פארוואונדעטע, און די בריטישע אויטאריטעטן האבן א פחד אז נאך אזא סארט אטאקע גייט אט אט פאסירן. דער געהעכערטער טעראר אלערט באדייט, אז אנשטאט געווענליכע פאליציי אפיצירן ביי האקעלע פונקטן איבער'ן לאנד, וועלן אוועקגעשטעלט ווערן באוואפנטע זעלנער פון דער בריטישער ארמיי.

די אייסיס טעראר גרופע האט נעכטן אינדערפרי גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר דער טעראר אטאקע, און די אויטאריטעטן האבן באשטעטיגט אז די טעראר אטאקע איז דורכגעפירט געווארן דורך א זעלבסטמערדער ביים נאמען סאלמאן ראמאדאן אבאדי, א געבוירענער אין מאנטשעסטער צו עלטערן פון ליביער אפשטאם. אבאדי האט געוואוינט אינעם וואלי רעינדזש ראיאן אין מאנטשעסטער, פון וואו עס זענען אין די לעצטערע יארן געפארן א צאל יוגנטליכע מוסולמענער זיך אנצושליסן אין אייסיס אין סיריע און איראק.

נעכטן האט מען אויך געהערט א גאר שארפע רעאקציע פון פרעזידענט טראמפ צו דער טעראר אטאקע, אין וועלכע ער האט געזאגט אז עס איז אומבאשרייבליך די ווייטאג פון עלטערן, נעמענדיג אין באטראכט אז א גרויסער פראצענט פון די 22 אומגעקומענע זענען געווען קליינע קינדער, און ער האט שארף פארדאמט די "פארלירער" (לוזערס) וועלכע האבן דורכגעפירט די אטאקע, זאגנדיג אז ער וואלט ווען באצייכנט די סארט טעראריסטן אלס "מאנסטערס", אבער די טעראריסטן גלייכן צו ווערן באצייכנט אלס "מאנסטערס" און דעריבער וועט ער זיי בלויז אנרופן "פארלירער".



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל