פיליפינען – ווי אומגלויבליך עס הערט זיך, האט דאס ווירקליך פאסירט, ווען א גרופע אייסיס טעראריסטן האבן נעכטן אריינגעשטורעמט אין דער פיליפינער שטאט מאראווי, מיט אויסגעשטרעקטע ביקסן, און האבן אנגעהויבן פארכאפן פובליק געביידעס. זיי זענען דאן אריין אינעם גרעסטן שפיטאל אין דער שטאט און ארויפגעצויגן א ריזיגן שווארצן אייסיס פאן אויפ'ן דאך. אין רעאקציע צו דער שטוינענדיגער אנטוויקלונג, האט דער פיליפינער פרעזידענט ראַדריגאָ דוטערט דערקלערט "מארשאל געזעץ" אינעם גאנצן מינדאנאו ראיאן, וואס באדייט אז ציווילע רעכטן זענען סוספענדירט און די ארמיי האט פולקאמען קאנטראל צו ארעסטירן יעדן איינעם וואס ווערט באטראכט ווי א געפאר. די לאקאלע באאמטע אין מאראווי האבן אויך געווארנט איינוואוינער דערווייל צו בלייבן פארשפארט אין די הייזער, אזוי לאנג ווי די קאמפן גייען אן, און מען האט שוין אויך געהערט אז אמווייניגסטנס איין פיליפינער זעלנער איז אומגעקומען אין דירעקטע שלאכטן און שיסעריי אויסטוישן מיט די אייסיס מיליטאנטן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל