וואשינגטאן – א הויכראנגיקער אמעריקאנער גענעראל האט געזאגט אז ווי עס זעט אויס, וועט א זעלבסטשטענדיג לאנד פאר די קורדן אין איראק זיין א רעאליטעט אינעם גאר נאנטן צוקונפט. די קורדישע מוסולמענער זענען אויסגעשפרייט אויף טעריטאריע וואס ציט זיך אין איראק, סיריע און איראן, און שוין יארן וואס זיי קעמפן צו געווינען זעלבסטשטענדיגקייט און באקומען אן אייגן לאנד, קורדיסטאן, אבער מיט די יעצטיגע שאיאטישע מוסולמענער רעגירונג אין איראק, טוט דאס די רעגירונג שטארק באקעמפן און בלאקירן, און זיי סטראשען אז ס'וועט אויסברעכן א קריג אויב וועלן די קורדן זיך דערקלערן זעלבסטשטענדיג. גענעראל ווינסענט סטוארט, וועלכער פירט די מיליטערישע "פארטיידיגונגס שפיאנאזש אגענטור", האט נעכטן אויפגעטרעטן אינעם סענאט, וואו ער האט געזאגט אז קורדיסטאן איז בלויז א פראגע פון "ווען" און נישט פון "אויב", אנצייגנדיג אז היי יאר אקטאבער וועלן די קורדן אין איראק אפהאלטן א רעפערענדום צי מען זאל טאקע ווערן זעלבסטשטענדיג.





קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל