סעאל – די אנגעצויגנקייט צווישן דרום קארעא און די קאמוניסטישע צפון קארעא האט נעכטן זיך שיער אנטוויקלט אין א פולקאמער שיסעריי אויסטויש און קריג, ווען דאס דרום קארעא מיליטער האט געשאסן עטליכע קוילן אין ריכטונג פון צפון'ס טעריטאריע. די שיסערייען זענען געקומען נאכדעם וואס דרום'ס ראדארן האבן אויפגעכאפט אז עפעס אן אומאידענטיפיצירטער אביעקט איז אריינגעפלויגן פון דער לופטן און דרום קארעא האט באלד מורא געהאט אז דאס איז א מיסיל, וואס בלויז א טאג פריער האט צפון קארעא געסטראשעט אז זי האט שוין די מעגליכקייט צו פראדוצירן גרויסע קוואנטומען פון מלחמה-גרייטע מיסילס. דאס דרום קארעא מיליטער האט אלעס אינאיינעם געשאסן ארום ניינציג קוילן אין ריכטונג פונעם אביעקט, וועלכע איז נאך א פאר מינוט פארשוואונדן געווארן פון די ראדארן. מען שפעקולירט אז דאס איז געווען א קליינע קאמערע דראון וואס צפון קארעא האט געוואלט פרובירן אריינשיקן העכער דרום קארעא צו זאמלען שפיאנאזש.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל