פוילן – א שולע אין פוילן האט ארויסגעשטעלט א ספעציעלן געדענקמאל טאוועל אויף וועלכן עס זענען אויפגעשריבן די נעמען פון 87 אידישע מיידלעך וועלכע זענען ארויסגעווארפן געווארן פון דער שולע ביים צווייטן וועלט קריג. די 87 מיידלעך האבן געלערנט אין דער שולע אין קראקא אינאיינעם מיט אלע אלגעמיינע סטודענטן, אבער ווען די נאציס ימ"ש האבן אקופירט פוילן אין יאר 939', האבן די שולע פירער ארויסגעווארפן די 87 מיידלעך, נישט זוכנדיג באשטראפט צו ווערן דורך די ברוטאלע אנטיסעמיטישע אקופירער. דער געדענקמאל טאוועל קומט נאכדעם וואס היסטאריקער האבן דורכגעפירט עטליכע יאר פארשונגען און זענען דערגאנגען, אז פון די 87 ארויסגעווארפענע אידישע מיידלעך, זענען ליידער 21 אומגעקומען אינעם האלאקאוסט הי"ד, 24 פון זיי האבן איבערגעלעבט, און וואס עס האט פאסירט מיט די איבריגע, איז ביז היינט נישט קלאר.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל