וואשינגטאן – דער פעדעראלער יוסטיץ דעפארטמענט האט נעכטן באשטעטיגט אז דער אפיס פאר׳ן ״ספעציעלן פראקוראר״ ראבערט מוללער אנצופירן מיטן אויספארשונג איבער מעגליכע קאמיוניקאציעס צווישן דעם טראמפ קאמפיין און די רוסן, איז פולקאם אוועקגעשטעלט און מען ערווארט אז מוללער וועט אקטיוו אנהייבן מיט זיין אויספארשונג ביז געציילטע טעג. די טראמפ אדמיניסטראציע האט שטילערהייט געהאפט אז רעגירונג עטיקס באאמטע וועלן דערקלערן מוללער אלס אומקוואליפיצירט צו דינען אלס ״ספעציעלער פראקוראר״, וויבאלד ער האט געארבעט פאר די ״ווילמאור העיל״ לאיער פירמע און די זעלבע פירמע רעפרעזענטירט די ביזנעסער פון טראמפ׳ס איידעם דזשעראד קושנער, אבער למעשה האבן די עטיקס באאמטע געאורטיילט אז דאס פארלעצט נישט קיין שום עטיקס געזעצן און מוללער קען דינען אלס ספעציעלער פראקוראר.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל