וואשינגטאן – דער געוועזענער סי-איי-עי דירעקטאר אונטער פרעזידענט אבאמא, דזשאן ברענען, האט נעכטן אויפגעטרעטן אינעם סענאט שפיאנאזש קאמיטע, וואו ער האט אדרעסירט די גאנצע סומאטוכע ארום רוסלאנד. צווישן אנדערן האט ברענען געזאגט אז טראץ וואס עס איז רוטין אז אמעריקע זאל מיטטיילן שפיאנאזש אינפארמאציע מיט רוסלאנד, איז אבער נישט דער נארמע אז דער פרעזידענט זאל זיך אומפאראויסגעגרייט ארויסרעדן שפיאנאזש אינפארמאציע, ווייל דאס פארלעצט א פראטאקאל וואס זאגט קלאר אז בעפאר׳ן ארויסגעבן ווייטער שפיאנאזש וואס מ׳האט באקומען פון אן אנדערע לאנד, דארף מען אנפרעגן ביים אנדערן לאנד צי זיי זענען מסכים אז אמעריקע זאל שיקן די אינפארמאציע ווייטער צו אנדערע. ברענען האט אויך געזאגט אז ער האט שוין פאראיאר אוגוסט געווארנט דעם הויפט פון די רוסישע ״עף-עס-בי״ שפיאנאזש אגענטור אז רוסלאנד זאל אויפהערן מיט די וואל-פארבינדעטע העקערייען, אבער די רוסן האבן עס דאן געלייקנט מיט א בלעכענעם געזיכט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל